משהלעך און שלמהלעך

אונטער די גרינינקע ביימעלעך
שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך;
ציצית, קאַפּאָטקעלעך, פּאהלעך -
יידעלעך פריש פון די אייעלעך.
גופעלעך - שטרוי, רויך און פעדערלעך,
נעם און צעבלאָז זיי אויף גלידערלעך –
כאַפּן זיי אויף גרינגע ווינטעלעך
און סע צעטראָגן זיי פייגעלעך.

נאָר איין זאַך פאַרמאָגן זיי - אייגעלעך,
די אויגן פאַרמאָגן צוויי פּינטעלעך,
וואָס גליען און פינקלען און טוקן זיך,
און עפּעס ווי נביאיש און וואונדערלעך
פאַרטראַכטן זיך טיף און פאַרקוקן זיך
אויף נעכטיקע טעג און אויף פייגעלעך -
אוי! מיר זאָל זיין, יידישע קינדערלעך,
פאַר אייערע כשרע אייגעלעך!
ביצועי השיר על ציר הזמן
מתנגן כעת
מועדפים
מומלצים
פתח
נקה
רשימת השמעה
פתח
00:00
00:0000:00